איינע פֿון מ‍ײַ‍נע ערשטע פֿרעמדע שפּראַכן איז געווען פֿראַנצייזיש. כאָטש ס׳איז טאַקע געווען צווישן די לימודים אין מ‍ײַ‍ן הויכשול אין באָמביי האָב איך זיך דאָרטן קיין סך נישט אויסגעלערנט. דאָך האָב איך באַקומען אַ ליבשאַפֿט פֿאַר אָט דער שפּראַך און איך האָב זיך אָנגעמאָלדן אין דער באָמבייער אַליאַנס־פֿראַנסעז כּדי זיך צו לערנען דאָס גערעדטע פֿראַנצייזיש. מיט דר‍ײַ‍ יאָר שפּעטער האָט מען מיך געבעטן איבערזעצן פֿאַר שיף־פּראָוויאַנטירערס וואָס האָבן געוואָלט פֿאַרקויפֿן פּראָוויזיעס צו פֿראַנצייזישע שיפֿן וואָס זענען אָנגעקומען אינעם באָמבייער האַוון. איך האָב מסכּים געווען, כאָטש מיט האַרץ־קלאַפּעניש. ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מע דאַרף גאָר וויסן די טערמינאָלאָגיע פֿון גרינסן און פֿלייש, וואָס איך האָב וועגן דעם ווייניק געוווּסט. צום גליק האָבן זיך געפֿונען אַנדערע איבערזעצערס און מע האָט מיך באַפֿר‍ײַ‍ט פֿון דער עובֿדא.

מיט דער צ‍ײַ‍ט האָב איך זיך געלערנט אַ סך אַנדערע שפּראַכן, און פֿון צ‍ײַ‍ט צו צ‍ײַ‍ט האָב איך געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן גרופּעס און יחידים אין פֿאַרשידענע קאָנטעקסטן — צווישן העברעיִש־ און טאַמיל־רעדערס, צווישן פֿראַנצייזיש־ און הינדי־רעדערס, צווישן ענגליש־ און הינדי־רעדערס. יענע געלעגנהייטן זענען נישט באמת געווען קיין וואָגיקע. מיט זעקס יאָר צוריק, אָבער, האָב איך זיך אומגעריכט געפֿונען אין אַ הויך־דריקעדיקער ראָלע ווי אַן איבערזעצער צווישן אַן ענגליש־רעדער און אַן אורדו־רעדער.

מיטוואָך אָוונט, דעם 26סטן נאָוועמבער 2008, פּונקט פֿאַר דאַנקטאָג, בין איך געזעסן ב‍ײַ‍ זיך אין ביוראָ און געאַרבעט אויף מ‍ײַ‍נע קלאַסנאָטיצן אויף דער קומעדיקער וואָך. אַרום צען אַ זייגער קלינגט מיר פּלוצעם מ‍ײַ‍נער אַ פּלימעניק און גיט מיר איבער די ידיעה, אַז די חסידישע אָרגאַניזאַציע חב״ד זוכט עמעצן וואָס קען אינדישע שפּראַכן. נישט וויסנדיק אין וואָס סע גייט האָב איך זיך געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט חב״ד און אַזוי אַרום איז אונטערגעקומען מ‍ײַ‍ן איבערזעצער־שטעלע.

אין יענעם טאָג האָבן טעראָריסטן געהאַט אַטאַקירט באָמביי, מ‍ײַ‍ן היימשטאָט אין אינדיע, און צווישן אַנדערן האָבן זיי זיך אַר‍ײַ‍נגעריסן אינעם חב״ד־הויז, אויך באַוווּסט אונטערן אָרטיקן נאָמען „נאַרימאַן־הויז. חב״ד־ל‍ײַ‍ט איבער דער וועלט — צווישן זיי אויך הרבֿ לוי שם־טובֿ פֿונעם וואַשינגטאָנער חב״ד — האָבן אַ גאַנצן טאָג געפּרוּווט דערגיין וואָס ס׳איז געוואָרן מיטן חב״ד־שליח אין באָמביי, הרבֿ גבֿריאל האָלצבערג. האַרט פֿאַר צען אַ זייגער אין דער פֿרי, ווען הרבֿ שם־טובֿ האָט געקלונגען הרבֿ האָלצבערגס מאָבילקע, האָט עמעצער אויפֿגעהויבן דאָס טר‍ײַ‍בל און זיך אידענטיפֿיצירט ווי אַן אורדו־רעדער; נישט קענענדיק קיין אורדו האָט הרבֿ שם־טובֿ נישט געקענט וו‍ײַ‍טער פֿירן דעם שמועס. אַז חב״ד האָט דערטאַפּט אַן אורדו־רעדער, דה‍ײַ‍נו מיך, האָט ער ווידער געקלונגען הרבֿ האָלצבערגס מאָבילקע און ווען דער זעלבער מענטש האָט ווידער אויפֿגעהויבן דאָס טר‍ײַ‍בל האָט ער זיך געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט מיר, און איך האָב אים געהאָלפֿן קאָמוניקירן, דורך אַ דר‍ײַ‍קלונג, מיטן אורדו־רעדער. מיר האָבן גערעדט מיט אים אַ פֿיר־פֿינעף מאָל אין משך פֿון דער נאַכט, ביז אַרום זונאויפֿגאַנג דאָנערשטיק, ווען יענער האָט שוין מער נישט אויפֿגעהויבן דאָס טר‍ײַ‍בל.

דזשייסאָן מאָטלאַג, אַ זשורנאַליסט ב‍ײַ‍ם וועבזשורנאַל VQROnline, האָט שפּעטער דערציילט וועגן מיר, אָן צו דערמאָנען מ‍ײַ‍ן נאָמען, אַז איך בין אַן „אורדו־רעדנדיקער איבערזעצער וואָס האָט „געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער אינעם קלונג צווישן שם־טובֿ און די שיסערס. אין אַ געוויסן זינען איז מאָטלאַג געווען גערעכט. איך קען טאַקע אורדו און איך האָב טאַקע געדינט ווי ‬אַן איבערזעצער, און איך בין טאַקע געווען אַ פֿאַרמיטלער צווישן שם־טובֿ און דעם שיסער. מיר האָבן אַגבֿ גערעדט מיט נאָר איינעם פֿון די צוויי שיסערס וואָס אין נאַרימאַן־הויז. אָט דער פּאַרשוין, האָבן מיר זיך דערוווּסט, האָט געהייסן אימראַן; דער צווייטער, וו‍ײַ‍זט אויס, האָט געהייסן נאַסיר, אָבער איך האָב דאָס נישט געוווּסט און כ׳האָב אויך נישט געוווּסט וויפֿל שיסערס זענען פֿאַקטיש אַר‍ײַ‍ן אין נאַרימאַן־הויז. פֿאַרן לייענער וואָס איז פֿאַראינטערעסירט אינעם מולטישפּראַכיקן דר‍ײַ‍יִקן שמועס צווישן שם־טובֿ, דעם שיסער און מיר פֿעלן אָבער אַ סך פּרטים. איין מאָל האָב איך געפּרוּווט רעדן מיט שם־טובֿן אויף ייִדיש, ווען אימראַן איז געווען אויף דער ליניע, האָט ער נישט געוואָלט; עס איז אויך געווען איין מאָמענט ווען איך האָב געמוזט רעדן טעלעפֿאָניש מיט אַן אינדישן פּאָליציאַנט אויף הינדי, אָבער חוץ דעם איז דאָס גאַנצע איבערזעצן געווען צווישן אורדו און ענגליש.

אַז מע טראַכט פֿון אַן איבערזעצונג־פּראָיעקט, למשל, אַן איבערזעצונג פֿון אַ ראָמאַן, שטייט מען פֿאַר צוויי וויכטיקע פֿראַגעס. ערשטנס: ווער איז דער געצילעוועטער עולם; צווייטנס, איז וויכטיק די פֿאָרעם צי נאָר דער תּוכן? אַוודאי איז דאָס איבערזעצן אינעם קאָנטעקסט פֿון אַ שמועס, אָדער אינטערפּרעטירן, ווי מע רופֿט עס אַ מאָל, נישט דאָס זעלבע ווי אַ ראָמאַן־איבערזעצונג, אָבער דאָך זענען ביידע פֿראַגעס רעלעוואַנט. אין מ‍ײַ‍ן פֿאַל זעט דער ענטפֿער אויף דער פֿראַגע וועגן דעם עולם אפֿשר אויס ווי אַ גרינגער — שם־טובֿ און דער שיסער אימראַן. ס׳האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז דער עולם איז אפֿשר געווען אַ גאָר גרעסערער ווי מיר האָבן זיך געריכט. פֿון שפּעטערדיקע צ‍ײַ‍טונג־באַריכטן האָט מען זיך דערוווּסט, אַז די פּאַקיסטאַנער באַהאַנדלערס (ד״ה, די handlers, ווי מע רופֿט זיי אין דער ענגלישער שפּיאָן־טערמינאָלאָגיע) פֿון די טעראָריסטן האָבן אָנגעהאַלטן אַ שטענדיקן קאָנטאַקט מיט זיי. ס׳איז נישט קלאָר, אָבער עס קער ז‍ײַ‍ן אַז אָט די באַהאַנדלערס האָבן זיך אונטערגעהערט צו אונדזער שמועס. דערצו האָט דאָס אינדישע אויסשפּירדינסט, דער פֿאָרש־ און אַנאַליזיר־אָפּטייל (Research and Analysis Wing) זיך אפֿשר אויך אונטערגעהערט. די אינדישע רעגירונג האָט אַפֿילו אַרויסגעגעבן טראַנסקריפּטן פֿון עטלעכע שמועסן מיט די שיסערס. אַ כּלל, כאָטש איך האָב געמיינט אַז אויפֿן דר‍ײַ‍קלונג זענען געווען נאָר מיר דר‍ײַ‍, קען טאַקע ז‍ײַ‍ן אַז דער עולם איז געווען אַ סך אַ גרעסערער. אין משך פֿון די שמועסן האָב איך אַליין געפּרוּווט אויסשליסן געדאַנקען וועגן הצלחה אָדער דורכפֿאַל; ב‍ײַ‍ מיר אין מוח איז געווען דער אומבאַוווּסטזיניקער געדאַנק, אַז אויף אונדזער שמועס קער הענגען דאָס גורל פֿון עטלעכע ייִדישע נפֿשות. אין דעם זינען איז דער עולם פֿאַר מיר טאַקע געווען אַ גרעסערער ווי נאָר מיר דר‍ײַ‍.

די צווייטע פֿראַגע, ווי אַזוי איבערצוזעצן: זאָל איך פֿאַרט‍ײַ‍טשן כּפּשוטו־ממש, דה‍ײַ‍נו, אָנהאַלטן דעם פֿאָרעם, אָדער זאָל איך פּרוּוון איבערגעבן אויפֿן קלאָרסטן אופֿן דעם תּוכן פֿון שם־טובֿס ווערטער. דער ענין איז אָבער נישט געווען אַזוי גרינג וו‍ײַ‍ל נאָר דער רעדער אַליין ווייסט וואָס ער וויל זאָגן. טאָמער איז מיר עפּעס נישט געווען קלאָר האָב איך דאָך געקענט פֿרעגן שם־טובֿן, אָדער אַפֿילו אימראַנען, וואָס ער האָט אין זינען געהאַט מיט ז‍ײַ‍נע ווערטער, אָבער צוליבן כּסדרדיקן דרוק פֿונעם מצבֿ איז דאָס נישט שטענדיק געווען מעגלעך. דערצו האָב איך געמוזט איבערזעצן ס‍ײַ‍ פֿון אורדו אויף ענגליש, ס‍ײַ‍ פֿון ענגליש אויף אורדו; כאָטש זיי זענען ביידע אינדאָאייראָפּעיִשע שפּראַכן איז דער סאָציאַלער הינטערגרונט פֿון ביידע שפּראַכן אַנדערש איינס פֿונעם צווייטן און צוליב דעם האָב איך אָפֿט מאָל געט‍ײַ‍טשט פּשט. למשל, ווי אַזוי זאָל איך זיך ווענדן צום שיסער אימראַן? שם־טובֿ האָט מיר איין מאָל געזאָגט „פֿרעג אים וואָס מאַכן דער רבֿ און די רביצין. אָבער ווען איך האָב גערעדט האָב איך געמוזט באַשליסן צי איך זאָל אים טיטולירן צי נישט, און אויב יאָ, ווי אַזוי. אַז איך רוף אים נישט אָן מיט קיין טיטל, אָדער מיט ז‍ײַ‍ן נאָמען בכלל, וואָלט געקלונגען אַ ביסל קאַלט און נישט פֿר‍ײַ‍נדלעך; מסתּמא נישט דאָס האָט שם־טובֿ געוואָלט. אַז איך האָב זיך דערוווּסט ווי ער הייסט האָב איך אים גערופֿן אימראַן סאַהעב, ד״ה, חבֿר אימראַן, פּונקט ווי איך וואָלט מיט דרך־ארץ גערופֿן אַ פֿרעמדן אויף דער גאַס.

נאָך אַ באַשלוס: ענגליש האָט נאָר איין מעגלעכן פּראָנאָם אין לשון־יחיד צווייטער פּערזאָן, האָט אָבער אורדו דר‍ײַ‍. זאָל איך ניצן „טום, וואָס איז נעענטער צום ייִדישן „דו? צי זאָל איך ניצן „אַפּ, וואָס איז נעענטער צום ייִדישן „איר, ד״ה פֿאָרמעלער און מער דרך־ארצדיק? אַוודאי זאָל איך נישט ניצן „טו, דעם דריטן פּראָנאָם, וואָס ווערט געניצט נאָר מיט קינדער און באַדינערס; אין געוויסע געגנטן פֿון אינדיע וואָלט מען דאָס אַפֿילו נישט געניצט מיט קינדער ס‍ײַ‍דן מע וויל באַליידיקן! אָבער דאָס ניצן „אַפּ גיט דעם טעראָריסט אָפּ אַ געוויסן דרך־ארץ וואָס שם־טובֿ און איך האָבן זיכער נישט אין זינען געהאַט אים צו באַוויליקן! סוף־כּל־סוף איז נישט געווען מעגלעך נישט צו ניצן „אַפּ מיט די פֿאַרבונדענע ווערבאַלע פֿאָרמען. איך האָב אויך געמוזט באַשליסן ווי אַזוי זיך צו פֿאַררופֿן אויף שם־טובֿן ווען איך רעד מיטן טעראָריסט. איך האָב שוין געהאַט געניצט „ראַב‍ײַ‍ ב‍ײַ‍ם פֿאַררופֿן זיך אויף הרבֿ האָלצבערג. נישט וועלנדיק אים צעטומלען מיטן אָנרופֿן ביידע מיטן טיטל „ראַב‍ײַ‍ האָב איך באַשלאָסן צו רופֿן הרבֿ שם־טובֿ — „שם־טובֿ סאַהעב.

איך האָב אויך געדאַרפֿט באַשליסן מיט וועלכן טאָן, און ווי הויך, צו רעדן. וואָס שייך דעם טאָן האָב איך זיך געפּרוּווט האַלטן וואָס רויִקער און זיך קאָנצענטרירן אויפֿן איבערזעצן גופֿא. ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן האָב איך אָבער נישט־וויסנדיק גע­רעדט אַ קאַפּעלע צו הויך, מסתּמא אין אַן אונטערבאַוווּסטזיניקן פּרוּוו צו קאָמפּענסירן פֿאַר דער שוואַכער טעלעפֿאָנישער פֿאַרבינדונג. שם־טובֿ האָט מיך דעריבער געבעטן רעדן שטילער און איך האָב אים, פֿאַרשטייט זיך, געפֿאָלגט.

עס זענען אויך געווען אַנדערע וויכטיקע שפּראַכאַספּעקטן. למשל, וואָ­סערע שפּראַך זאָל איך ניצן ב‍ײַ‍ם רעדן מיט אימראַנען? אַוודאי די שפּראַך וואָס ער אַליין ניצט. אָבער וועלכע שפּראַך איז דאָס? אַז מע זאָגט „אורדו איז נישט שטענדיק קלאָר וואָס מע מיינט דערמיט. פֿאַקטיש וו‍ײַ‍זט זיך אַרויס (לויטן אָקס­פֿאָרדער עטימאָלאָגישן ווער­טערבוך), אַז דאָס וואָרט „אורדו איז לכתּחילה געווען אַ קירצונג פֿו­נעם פּערסישן „זאַבאַן־ע־אורדו, ט‍ײַ‍טש שפּראַך פֿון דער מחנה; ד״ה, אורדו האָט אויף פּערסיש (מסתּמא שטאַמענדיק פֿון טורקיק) געמיינט מחנה. פֿאַקטיש איז דאָס וואָרט „אורדו אַ קאָגנאַט מיטן ענגלישן וואָרט horde. פֿון אָט דער געשיכטע קען מען זען דעם אומזיכערן און פֿילפֿאַרביקן אָנהייב פֿון אורדו. מיט דער צ‍ײַ‍ט איז אורדו געוואָרן אַ שפּראַך־תּחום וואָס נעמט אַר‍ײַ‍ן אויך הינדי און פֿאַרשידענע אַנדערע פֿאַרבונדענע דיאַ­לעקטן. ב‍ײַ‍ם ה‍ײַ‍נטיקן טאָג, בפֿרט נאָכן אויפֿקום פֿון מדינת פּאַקיסטאַן, האָט אורדו געוויסע שטריכן וואָס שיידן עס אונטער פֿון הינדי. ערשטנס ווערט אורדו געשריבן מיט אַ שריפֿט וואָס ווערט

דעריווירט פֿונעם פּערסישן שריפֿט, וואָס שטאַמט אַליין פֿונעם אַראַבישן אַלף־בית. צווייטנס ניצן אורדו מערסטנס מוסלמענער אין אינדיע, כאָטש אין פּאַ­קיסטאַן איז עס די נאַציאָנאַלע שפּראַך און דערפֿאַר רעדן עס אַלע. דריטנס שטאַמען אַ סך פֿון די טעכנישע, פּאָע­טישע און נישט־פּשוטע ווערטער פֿון פּערסיש און אַראַביש, אַקעגן הינדי, וואָס נעמט אַזוינע ווערטער גיכער פֿון סאַנסקריטיש. (ס׳רובֿ צפֿון־אינדישע לשונות שטאַמען פֿון סאַנסקריטיש, אַ פֿאַרצ‍ײַ‍טיקע קלאַסישע אינדישע שפּראַך.) ס׳איז געגליכן צו דער ראָלע פֿון פֿראַנצייזיש און ל‬אַט‍ײַ‍ניש אין ענגליש, כאָטש ענגליש איז לויטן אָפּשטאַם אַ ד‍ײַ‍טשישע שפּראַך.

נישט געקוקט אויף די אויבן דערמאָנטע אונטערשיידן צווישן אורדו און הינדי, אָבער, מוז מען באַמערקן צוויי פֿאַקטן. ערשטנס, די שפּראַך וואָס ווערט געניצט אין די אַזוי גערופֿענע הינדי־פֿילמען פֿון באָליוווּד איז זייער אָפֿט אַ מליצהדיקע און געראָטן אין אורדו. ס׳רובֿ אינדיער וואָס קוקן אויף די באָליוווּד־פֿילמען (בקיצער, כּמעט אַלע) קענען דעריבער אַ סך „אורדו. צוויי­טנס, פֿאַראַן אַ סך וואַריאַנטן און דיאַלעקטן פֿון אורדו אַפֿילו צווישן די מוסלמענער. למשל, מוסלמענער וואָס וווינען אין ה‍ײַ‍דעראַבאַד, דער הויפּט­שטאָט פֿון דעם דרום־אינדישן שטאַט אַנדראַ־פּראַדעש און אויך די הויפּטשטאָט פֿון דער אַמאָליקער קעניגלעכער איסלאַ­מישער מלוכה פֿון ה‍ײַ‍דעראַבאַד, רעדן אַ מין אורדו וואָס איז אַנדערש פֿונעם פּאַקיסטאַנער אורדו אָדער פֿונעם באָמ­בייער אורדו, נישט נאָר וואָס שייך ווערטער־אוצר, נאָר אויך קאָניוגאַציעס און גראַמאַטישע בייגפֿאַלן. דאָס ליטע­ראַרישע הינדי און אורדו, ווידער, זענען אַנדערש מערסטנס וואָס שייך ווערטער־אוצר. אורדו (אָדער הינדי) איז, הייסט עס, אַ נאָמען פֿאַר אַ זאַמלונג פֿאַרשידענע שפּראַך־קאָלעקטיוון וואָס קענען זיך אפֿשר פֿאַרשטיין איינס ס׳אַנדערע, און אפֿשר נישט. אין דעם קאָנטעקסט איז מעגלעך אַז עמעצער וואָס איז אַן אורדו־רעדער איז נישט מסוגל ריכטיק אי­בערצוזעצן די שפּראַך פֿון אַ טראַפֿיקן אורדו־רעדער. למשל, אַ פּאַקיסטאַנער אורדו־רעדער וואָלט באַ­מערקט אַ סך סאַנסקריטיש־שטאַמיקע ווערטער אינעם לשון פֿון ‬אַ‬ן אינדישן אורדו־רעדער וואָס זענען פֿון ז‍ײַ‍ן אייגענעם דיאַלעקט שוין פֿאַרשוווּנדן און פֿאַרביטן געוואָרן מיט אַראַביש־ צי פּערסיש־שטאַמיקע עלע­מענטן. אין אַ געוויסן זינען איז טאַקע אַזוי ווי אויף ייִדיש — אַ רעדער פֿון מערבֿ־ייִדיש קער אפֿשר נישט פֿאַרשטיין אַ רעדער פֿון מיזרח־ייִדיש, כאָטש אין אַזאַ פֿאַל איז שולדיק מערסטנס דער ווערטער־אוצר.

בקיצור, אַז מע האָט מיך געבעטן איבערזעצן די שפּראַך פֿון אַן אורדו־רעדער בין איך געווען אַ ביסל נערוועז. איך בין אויפֿגעוואָקסן מיטן באָמבייער דיאַלעקט פֿון הינדי, און אין שול האָט מען זיך געלערנט דעם אָפֿיציעלן און זייער סאַנסקריטיזירטן נוסח הינדי. קוקנדיק אויף באָליוווּד־פֿילמען, אָבער, האָב איך זיך געלערנט אַ מער פֿאַראַראַבישטן און פֿאַרפּערסישטן הינדי, וואָס איז נעענטער צו אורדו. דערצו, אַז איך בין געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָב איך זיך געפּרוּווט אויסלערנען אַ ליטעראַרישן אורדו און האָב זיך אויך געטראָפֿן מיט תּלמידים פֿון פּאַקיסטאַן וואָס האָבן גערעדט דעם פּאַקיסטאַנער אורדו; רערדניק מיט זיי האָט מ‍ײַ‍ן אורדו־שפּראַך א‍ײַ‍נגעזאַפּט נאָך אַראַבישע און פּערסישע עלעמענטן. מיט אַזאַ הינטערגרונט בין איך שוין געווען גרייט צו פּרוּוון רעדן מיטן טעראָריסט אויפֿן טעלעפֿאָן. אָבער וואָס פֿאַר אַן אורדו וועט ער רעדן און ווי פֿרעמד וועט עס מיר ז‍ײַ‍ן? פֿאַקטיש האָב איך גענוג מורא געהאַט צוליב דער ערנצטקייט פֿונעם מצבֿ אַז איך האָב אַפֿילו פֿירגעלייגט אַז מע זאָל אַנגאַזשירן אַ געבוירענעם אורדו־רעדער, טאָמער קען מען געפֿינען איינעם אין מיטן דער נאַכט. האָט מען מיר געזאָגט אַז מע האָט טאַקע געפֿונען אַזאַ איינעם און אַז ער איז געווען אונטער וועגס, אָבער ער איז צום סוף נישט אָנגעקומען, און איך האָב געדאַרפֿט וו‍ײַ‍טער איבערזעצן. ווי ס׳איז אויסגעקומען האָב איך נישט געהאַט קיין שוועריקייטן מיטן פֿאַרשטיין אימראַנען און קאָמוניקירן מיט אים. איך האָב אויך געקענט איבערזעצן שם־טובֿס זאַצן אויף אַן אופֿן וואָס אימראַן האָט, וו‍ײַ‍זט אויס, פֿאַרשטאַנען, כאָטש עס קען ז‍ײַ‍ן אַז אַ געבוירענער אורדו־רעדער וואָלט עס אַנדערש געזאָגט.

ס׳האָבן מיך יאָ אַ ביסל איבערגעראַשט די ווערטער וואָס אימראַן האָט געניצט. למשל, אינעם אויסדרוק „באַראַט סאַרקאַר (אינדישע רעגירונג) האָט ער געניצט דעם נאָמען „באַראַט מיטן ט‍ײַ‍טש אינדיע. „באַראַט איז טאַקע דער אָפֿיציעלער נאָמען פֿון אינדיע, אָבער זייער אַ סאַנסקריטיזירטער נוסח דערפֿון. פֿון אַ פּאַקיסטאַנישן אורדו־רעדער וואָלט איך זיך גיכער געריכט אויף „הינדוסטאַן. האָב איך געמיינט, אַז אפֿשר איז אימראַן טאַקע פֿון אינדיע און נישט פֿון פּאַקסיטאַן. דער אמת איז אָבער אַפֿילו נאָך מער פֿאַרוויקלט. נאָך יענער נאַכט, קוקנדיק אויף פֿאַרשידענע וועבז‍ײַ‍טלעך, האָב איך געפֿונען טראַנסקריפּטן פֿון שמועסן וואָס איינער אַן אימראַן (מסתּמא דער זעלבער) האט משמעות אָפּגעהאַלטן מיט אַ טעלעוויזיע־סטאַנציע אין ניו־דעלהי. אין יענעם שמועס האָט ער געניצט דאָס וואָרט „איטיהאַס, ט‍ײַ‍טש געשיכטע — זייער אַ סאַנסקריטיזירטער נוסח פֿונעם פּאַקיסטאַנער אורדישן עקוויוואַלענט „טאַריך. דערצו נאָך האָט אַ טעראָריסט מיטן נאָמען אימראַן באַבאַר (וואָס אפֿשר איז גאָר ער געווען מ‍ײַ‍ן מיטשמועסער אימראַן, און אפֿשר נישט...), רעדנדיק מיט אַן אינדישן זשורנאַליסט, זיך א‍ײַ‍נגעשטעלט אַז ער שטאַמט דווקא פֿונעם דרום־אינדישן ה‍ײַ‍דעראַבאַד (נישט פֿונעם פּאַקיסטאַנער ה‍ײַ‍דעראַבאַד), וואָס געפֿינט זיך אינעם ראַיאָן דעקקאַן. ס׳איז וויכטיק צו האַלטן אין זינען, אַז לויטן אַרטיקל אויפֿן וועבז‍ײַ‍טל VQROnline האָט אימראַנס באַהאַנדלער אים געהייסן אַז ער זאָל אַזוי זאָגן. (באַהאַנדלער: „געדענקסט וואָס איך האָב דיר געזאָגט? אויב די פּרעסע פֿרעגט דיך זאָלסטו זאָגן אַז דו ביסט פֿון ה‍ײַ‍דעראַבאַד אינעם דעקקאַן; אַז דו ביסט פֿון דער שטאָט ה‍ײַ‍דעראַבאַד.) וו‍ײַ‍זט אויס, אַז אימראַן איז אפֿשר געווען אַ פּאַקיסטאַנישער אורדו־רעדער אָדער אפֿשר אַן אינדישער אורדו־רעדער אָדער אפֿשר גאָר אַ פּאַקיסטאַנישער אורדו־רעדער וואָס וויל זיך מאַכן פֿאַר אַן אינדישן אורדו־רעדער. גאָט אַליין ווייסט.

און אַזוי טאַקע האָט מען אין דער „ט‍ײַ‍מס אָוו אינדיאַ געמאָלדן דעם טאָג נאָך די געשעענישן, אַז אינדישע אַנאַליטיקערס האַלטן אַז די באַפֿאַלערס שטאַמען פֿון די דעקקאַנער מודזשאַהעדין (דזשיהאַדיסטן). ווי סע זאָל נישט ז‍ײַ‍ן איז קלאָר פֿון די אָ באַריכטן אַז מ‍ײַ‍ן איבערזעצונג איז נישט געווען קיין פּשוטע פֿאַרט‍ײַ‍טשונג פֿון אַ פּשוטן שמועס צווישן צוויי יחידים, וואָס איינער רעדט ענגליש און דער צווייטער אַן אויסגעהאַלטענעם נוסח פֿון אורדו.

דאָס זענען אָבער די טעכנישע אַספּעקטן פֿון מ‍ײַ‍ן איבערזעצן. פֿון אַן עמאָציאָנעלן קוקווינקל איז געווען אַ גרויסע אָנשטרענגונג אַפֿילו פֿאַר מיר, וואָס איך האָב נישט געדאַרפֿט מאַכן די ממש שווערע באַשלוסן ווי ס׳האָט דער חב״ד־רבֿ וואָס שייך האַנדלען מיט אימראַנען. שם־טובֿ האָט זיכער געהאַט צוטריט צו אַ סך מער אינפֿאָרמאַציע ווי איך, צוליב דעם וואָס ער האָט געהאַט דירעקטע פֿאַרבינדונגען מיט די פֿעדעראַלע אינסטאַנצן וואָס האָבן דאָ אויך געשפּילט אַ ראָלע. ווייס איך דעריבער נישט וואָס ער האָט געוווּסט און ווען. נישט קוקנדיק אויף דעם איז עס פֿאַר אים זיכער געווען גאָר אַ שווערער דרוק. שפּעטער האָב איך געלייענט אין דער פּרעסע פֿאַרשידענע באַריכטן אַז הרבֿ האָלצבערג און ז‍ײַ‍ן פֿרוי, די רביצין רבֿקה האָלצבערג, זענען שוין געהאַט אומגעקומען ווען שם־טובֿ און איך האָבן געפֿירט אונדזער שמועס מיט אימראַנען. דערצו, לויטן באַריכט אויף VQROnline, האָט אימראַנס באַהאַנדלער גערעדט מיט אים אַרום 9:20 אויף דער נאַכט דעם 27סטן נאָוועמבער (לויט דער אינדישער צ‍ײַ‍ט) און האָט אים געהייסן ער זאָל תּיכּף דערשיסן אויף טויט די צוויי פֿרויען וואָס ער האָט געוואַכט איבער זיי. הייסט עס, אַז נישט הרבֿ האָלצבערג און נישט די רביצין זענען נאָך געווען ב‍ײַ‍ם לעבן. דאָס איז מער אָדער ווייניקער געווען די צ‍ײַ‍ט ווען מיר האָבן דאָס ערשטע מאָל גערעדט מיט אימראַנען. אויב ס׳איז טאַקע אמת, אַז זיי האָבן שוין מער נישט געלעבט, איז דער גאַנצער שמועס געווען אַ שאַראַד, דורכגעפֿירט פֿון אימראַנען און ז‍ײַ‍נע פּאַקיסטאַנישע באַהאַנדלערס. אין דער רגע וואָס מיר האָבן געשמועסט מיט אימראַנען, אָבער, איז עס פֿאַר מיר — און איך נעם אָן, אויך פֿאַר שם־טובֿן — געווען גאַנץ אמתדיק און ממשותדיק. למשל, ווען מיר האָבן געפֿרעגט ב‍ײַ‍ אימראַנען וואָס סע מאַכן הרבֿ האָלצבערג און ז‍ײַ‍ן פֿרוי האָט ער געענטפֿערט „האַם־נע אונקאָ טאַפּאַר בי נאַהין מאַראַ האַיכ׳האָב זיי אַפֿילו נישט אָנגערירט מיט דער האַנט. שפּעטער, ווען מיר האָבן זיך נאָכגעפֿרעגט צי די משכּונות זענען בשלום און צי די מענטשן אין נאַרימאַן־

הויז, אַר‍ײַ‍נגערעכנט די טעראָריסטן, נייטיקן זיך אין עסן, האָט אימראַן געזאָגט „האַם יאַהאַ קאַנאַ קאַניי נאַהי אַיע העןמיר זענען נישט אַהערגעקומען צו עסן און טרינקען. שפּעטער, ווען מיר האָבן געהאַלטן אין פֿאַרהאַנדלען, האָט שם־טובֿ מיך געבעטן איך זאָל פֿרעגן ב‍ײַ‍ אימראַנען וואָס זיי ווילן. האָט ער געענטפֿערט „האַמאַרע סאַמנע פּייש קאַראָ אַאור האַם אַפּקע לאָגאָנקאָ טשאָר דענגעאיר האָט איינעם פֿון אונדזערע, ברענגט אים צו אונדז, וועלן מיר באַפֿר‍ײַ‍ען א‍ײַ‍ערע.....

אַנומלט האָט דער טאַלאַנטירטער לבֿנונשער שר‍ײַ‍בער ראַביה אַלאַמעדין געשריבן אַ ראָמאַן אַן אומנייטיקע פֿרוי, וועגן אַ פֿרוי, אַליִאַ, וואָס גיט אָפּ איר גאַנץ לעבן ב‍ײַ‍ם איבערזעצן אויף אַראַביש ראָמאַנען וואָס אַן אַנדערער האָט זיי שוין געהאַט איבערגעזעצט פֿון זייער אָריגינעלער שפּראַך אויף אַ צווייטער שפּראַך. נאָכן איבערזעצן זיי אויף אַראַביש גיט זי זיי אָבער נישט אַרויס — זי האַלט די בענד נאָר פֿאַר זיך אַליין. אין אַ געוויסן זינען, בפֿרט אויב אימראַן האָט זיך טאַקע געשפּילט מיט אונדז, איז מ‍ײַ‍ן איבערזעצן געווען אַ ביסל געגליכן צו אַליִאַס. צוריק גערעדט איז מ‍ײַ‍ן איבערזעצן געווען לחלוטין אַנדערש — מ‍ײַ‍ן פֿאַרט‍ײַ‍טשן האָט געהאַט גאָר אַן ערנצטן צוועק. וואָס דער אמת זאָל נישט ז‍ײַ‍ן (און מיר וועלן דאָס קיין מאָל אויף זיכער נישט וויסן) וועט עס נישט האָבן געווען אַ נישטיק געשעעניש אין מ‍ײַ‍ן לעבן.

מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנץ אין פּייס־אוניווערסיטעט (ניו־יאָרק). כאָטש ער איז נישט פֿון פֿאַך אַ לינגוויסט האָט ער ליב שפּראַכן און האָט זיך געלערנט מער ווי אַ טוץ שפּראַכן, געוויסע מיט מער הצלחה ווי אַנדערע. ער פֿאַראינטערעסירט זיך אויך אין רעליגיעזע טראַדיציעס, אין עקאָנאָמיק, און אין טעמעס וווּ אָט די צוויי תּחומים קומען זיך צונויף.

נאָך פּרטים וועגן דעם מחברס איבערלעבונג מיטן טעראָריסט קען מען לייענען אויף די ווײַטערדיקע צוויי וועבערטער: yiddish2.forward.com/node/1752

forward.com/articles/14676/talking-with-a-terrorist-an-endless-call-to-india